בלאט 4 פון 4

געשריבן: דינסטאג מאי 08, 2018 7:26 pm
דורך משה ברמן
נחמן נתן האט געשריבן:אן אלט בילד פון די חומה אין ירושלים:

סאיז מערת צדקיהו

אידען אין ארץ ישראל

געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2019 7:34 pm
דורך יונגרייז
ווען ס'איז געווען די מח' צווישען צאנזער רב מיט די קאמארנא צו די "עופות החדשים" איז מותר, איז איינער פון די דיונים געווען צו מ'קען זיך פארלאזן אויף די מסורה פון א"י, די צאנזע האט געהאלטען אז אידען וואונען אין א"י זייט די חורבן ברציפות און ממילא איז די מסורה גוט, און די קאמארנא האט געהאלטען אז ס'האט זיך אפגעהאקט און ממילא קען מען זיך נישט פארלאזען אויף זייער מסורה

איז היינט ידוע היסטאריש ווער איז גערעכט?

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 28, 2019 10:29 pm
דורך תנא בתרא
די שאלה איז צו ס'איז שייך צו מכריע זיין ווער ס'איז גערעכט לויט די "היסטאריע". הגם בפשטות (כפי ידיעתי, קען זייך כ'האב א טעות) האבן יודען למעשה יא געוואוינט אלע יארן אין ארץ ישראל, קען אבער זיין אז די מחלוקה איז אביסעל טיפער ווי דעם, צוליב דעם וואס די מצב פון די אידען ווועלכע האבן געוואוינט דארט זענען אין געוויסע תקופות געווען זייער שוואך און אנידערגעשלאגן, למשל גלייך נאכן חורבן בית המקדש וואס די מצב פון די איבעגעבליבענע אידן זענען געווען גאר שוואך (ווי אויך אין אנדעדער שפעטערדיגע תקופות), איז די שאלה צו ס'איז דאן געווען שייך אנצוהאלטן די מסורה.

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 28, 2019 11:38 pm
דורך לעיקוואד
תיכף נאך חורבן בית שני איז נישט געווען שוואך, בעיקר איז געווען שוואך אדער ליידיג פון אידן נאך די תקופת תלמוד ירושלמי ביז בערך טויזענט יאר צוריק.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 11:40 am
דורך תנא בתרא
תנא בתרא האט געשריבן:האבן יודען למעשה יא געוואוינט אלע יארן אין ארץ ישראל

כ'האב אמאל געהערט נאכברענגן א רמב"ם אין פירוש המשניות (דענק איך נישט יעצט די מראי מקום), אז די וועלט קען נישט האבן קיין קיום אויב ס'געפונען זיך נישט אידען אין ארץ ישראל, ע"כ.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 11:48 am
דורך איינס
תנא בתרא האט געשריבן:צוליב דעם וואס די מצב פון די אידען ווועלכע האבן געוואוינט דארט זענען אין געוויסע תקופות געווען זייער שוואך און אנידערגעשלאגן, למשל גלייך נאכן חורבן בית המקדש וואס די מצב פון די איבעגעבליבענע אידן זענען געווען גאר שוואך (ווי אויך אין אנדעדער שפעטערדיגע תקופות), איז די שאלה צו ס'איז דאן געווען שייך אנצוהאלטן די מסורה.


אויף די שאלה צי מ׳האלט אין א״י איין טאג אדער צוויי טעג ר״ה ווערט געברענגט פון די ראשונים (איך מיין רמב״ן) אז מקען זיך נישט פארלאזן אויף די אידן וואס האבן דעמאלטס געוואוניט אין א״י מטעם זה

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 11:50 am
דורך איינס
הרמב"ן מלחמת ה :
"ואשר אמרו בעבור בני ארץ ישראל בדורות שלפנינו, אינה טענה, לפי שגלינו גלות שלמה ובעונותינו לא נשאר בארץ בימים ההם אלא מעטים, ואינן בני תורה, בנדנוד אחר נדנוד וטלטול אחר טלטול, והוחלף להם בשאר ימים [טובים]"

הר הזיתים

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 29, 2019 5:00 pm
דורך אליעזר לאנדא
צוויי שיינע בילדער פון הר הזיתים פון דא און דא בערך שנת תר"פ, דארט קען מען עס דארט דאונלאדען מיט א זייער הויכע resolution (עס איז דא דארט איבער 5000 בילדער פון ירושלים בעיקר פון תיפלות וכדומה)

Full page photo.jpg
Full page photo.jpg (206.29 KiB) געזעהן 988 מאל


04805v.jpg
04805v.jpg (198.5 KiB) געזעהן 988 מאל